װעגן װײַבערטײַטש
די אינספּיראַציִע פֿאַר װײַבעטײַטש האָט װאָרצלען אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע פֿון דער פֿעמיניסיטשער באַװעגונג. אין די זיביציקע יאָרן, האָבן פֿרױען אָנגעפֿירט ראַדיקאַלע פֿעמניסטישע ראַדיאָ-קאָלעקטיװען, װאָס האָבן געשאַפֿן קאָנטעקסטן פֿאַר פֿרױען צו רעדן פֿרײַ פֿאר אַן עולם צוהערערס. מיר האָבן געװאָלט מאַכן אַזאַ מין פּרױעקט פֿאַר דער ייִדיש־רעדנדיקער װעלט. װעלטלעכע ייִדן, פֿרומע ייִדן, אַמאָליקע חסידים, נישט־ייִדן, פֿרױען, מענער, טראַנסמענטשען, און קװירע מענטשען – אַלע ייִדיש־רעדערס אױף דער װעלט זײַנען פֿאַרבעטן זיך צוצוהערן צו און זיך צו באַטײליקן אין דער פּראָדוקציע פֿון װײַבערטײַטש.
װײַבערטײַטש האָט אױך אַ ייִדישיסטישן ציל. מיר נוצן ייִדיש נישט נאָר צו רעדן װעגן ייִדיש אַלײן, נאָר צו רעדן װעגן אַלץ װאָס איז שײַך צו אונדזערע טאָג־טעגלעכן לעבן, אַרײַנגערעכנט מוזיק, משפּחה, ליבע, קונסט, פֿאָרשונג, אא׳׳װ. מיר פּראָבירן אױך צו מאַכן אונדזער אינהאַלט צוטריטלעך פֿאַר ייִדיש־רעדערס פֿון אַלע מדרגות.
איר זײַט פֿאַרבעטן זיך צוצוהערן צו אונדזער עפּיזאָדן דאָ, און מע קען לײענען מער װעגן די פֿרױען װאָס פֿירן אָן מיט װײַבערטײַטש דאָ.